{"product_id":"99291643","title":"Beim Rebben In Tzimer Volume 2 (Yiddish) - ביים רבי'ן אין צימער חלק ב (אידיש)","description":"\u003cdiv id=\"0\"\u003e\u003cdiv dir=\"rtl\"\u003eאשרי עין ראתהו ס'איז געווען איינען פון די טעג חול המועד סוכות. אויפ'ן טיש פון דעם רבי'ן איז געלעגן א \"בית יעקב\" סידור, און די לופט פון די פען האט געמישט די בלעטער אהין און צוריק. זעענדיג דאס האט דער רבי געזאגט דערויף מיט א קענטיגן פארגעניגן: \"ווי גוט איז דער סידור. ער איז כולל אלעס. מ'געבט א מיש, טרעפט מען 'שבת'. ס'געבט זיך נאך א מיש, האלט מען ביי די 'הגדה'. נאך א מישן, האלט מען שוין ביי די 'ויהי נועם' פון חנוכה. ס'איז דאך ממש מחיה נפשות...\" אין דעם צווייטן באנד \"ביים רבי'ן אין צימער\" ווערט געשילדערט איבער דעם גרויסן עמוד האש וואס מיט זיין איבערגיסנדע פלאם-פייער האט ער אריינגעשיינט אן אש דקדושה אין אלע וואס האבן געהאט די זכיה צו זיך דרייען ארום אים אויף א שבת אדער א יום טוב. האבנדיג די זכיה פאר לאנגע יארן צו שטיין אין די ד' אמות פון מאו\"ר חיינ\"ו מרן רבנו הק' זי\"ע און זיך זעטיגן פון דעם העכערן עבודה וואס דער רבי האט אראפגעלייגט אין אלע הייליגע זמנים, שטעלט דער מחבר פאר דאם בילד מיט לעבעדיגע קאלירן, ווי דער רבי האט צוזאמענגעפלאכטן יראה און אהבה, אויף א גאר הויכן און אומגלויבליכן פארנעם למעלה מכח אנושי, פול מיט בענקשאפט און ליבשאפט צום אויבערשטן. אין דעם יעצטיגן באנד וועוט איר זיך באקענען מיט זיין עבודת הקודש אין די אלע געהויבטנע צייטן. אנגעפאנגען מיט א שבת קודש בצילא דמהימנותא מבואו ועד צאתו, די פייערדיגע תפלות און די לעכטיגע טישן, און דערנאך די גאנצע מעגל השנה אנגעהויבן מיט די ירח האיתנים, די מלכיות זכרונות שופרות, די זמן שמחתינו בצילא עילאה, די לעכטיגע חנוכה טעג, די פרייליכע חודש אדר און דאן די דערהויבענט חודש ניסן ווען די גולת הכותרת איז די לילה כיום יאיר, ל\"ג בעומר וילולא דרשב\"י צו וועם דער רבי איז געווען אזוי מקושר. \"הפוך בה והפוך בה דכולה בה\".\u003cp style=\"color:white\"\u003eCopyright Judaicaplaza\u003c\/p\u003e\n\u003c\/div\u003e\u003c\/div\u003e\u003cdiv id=\"10\" style=\"display:none\"\u003e\u003c\/div\u003e\u003cstyle\u003etable{border-collapse:collapse}td{background-color:#efefef;font-weight:bold;font-family:sans-serif;font-size:16px;border-style:solid;border-width:1px}th{font-family:sans-serif;font-size:16px;border-style:solid;border-width:1px}\u003c\/style\u003e\u003ctable\u003e\n\u003ctr\u003e\n\u003ctd\u003eSku:\u003c\/td\u003e\n\u003cth style=\"font-weight:bold;text-align:center\"\u003e\u003cdiv id=\"1\"\u003e99291643\u003c\/div\u003e\u003c\/th\u003e\n\u003c\/tr\u003e\n\u003ctr\u003e\n\u003ctd\u003eAuthor:\u003c\/td\u003e\n\u003cth style=\"font-weight:bold;text-align:center\"\u003e\u003cdiv id=\"2\"\u003eר' מנחם אליעזר מאזעס\u003c\/div\u003e\u003c\/th\u003e\n\u003c\/tr\u003e\n\u003ctr\u003e\n\u003ctd\u003ePages:\u003c\/td\u003e\n\u003cth style=\"font-weight:bold;text-align:center\"\u003e\u003cdiv id=\"5\"\u003e648\u003c\/div\u003e\u003c\/th\u003e\n\u003c\/tr\u003e\n\u003ctr\u003e\n\u003ctd\u003eSize:\u003c\/td\u003e\n\u003cth style=\"font-weight:bold;text-align:center\"\u003e\u003cdiv id=\"6\"\u003e6.7\" x 9.7\"\u003c\/div\u003e\u003c\/th\u003e\n\u003c\/tr\u003e\n\u003ctr\u003e\n\u003ctd\u003eBinding:\u003c\/td\u003e\n\u003cth style=\"font-weight:bold;text-align:center\"\u003e\u003cdiv id=\"7\"\u003eHardcover\u003c\/div\u003e\u003c\/th\u003e\n\u003c\/tr\u003e\n\u003ctr\u003e\n\u003ctd\u003eDate:\u003c\/td\u003e\n\u003cth style=\"font-weight:bold;text-align:center\"\u003e\u003cdiv id=\"8\"\u003eתשפ\"ו\u003c\/div\u003e\u003c\/th\u003e\n\u003c\/tr\u003e\n\u003c\/table\u003e","brand":"ר' מנחם אליעזר מאזעס","offers":[{"title":"Default Title","offer_id":46501071585479,"sku":"99291643","price":31.95,"currency_code":"USD","in_stock":true}],"thumbnail_url":"\/\/cdn.shopify.com\/s\/files\/1\/0093\/3625\/8657\/files\/99291643.jpg?v=1777949841","url":"https:\/\/judaicaplaza.com\/products\/99291643","provider":"Judaica Plaza","version":"1.0","type":"link"}