Der Shetadlan Fun Rosheim 1 - דער שתדלן פון רוסהיים 1

רב להעמאןSKU: 14909657761522

Price:
$31.99
 More payment options

Description

דער שתדלן
פון רוסהיים 1
שרעק און אנטשלאסנקייט... אויפברויז און תמימות... פינסטערניש און לעצטע
ברעקלעך פון האפענונג...
דאס לעבן אין מערב אייראפע אינעם מיטלאלטער איז א ביטערע, די אומשטענדן
זענען שרעקליכע, און די ארטיגע אידישע קהילות ליידן רדיפות פון אלע זייטן.
אין קולמאר, א קליינע און שטילע שטעטל, זענען די אידן אונטער גרויס ענגשאפט
פון אן אכזריות'דיגן הערשער.
ווייט אוועק, אין דער גרויסער שטאט פראנקפורט, לייגט די אידישע קהילה אין חרם
יאהאנוס דער משומד.
און ערגעצוואו, אין טיפע, טונקעלע קעלערן, וועבן זיך רשעות'דיגע פלענער.
דאן, איין טאג, טוט אלעס אויפרייסן - די ספרים ווערן אוועקגענומען פון בתי
מדרשים, די אידן פון קולמאר אר ווערן ורן באפוילן צו פארלאזן זייערע היימען און גיין
וואנדערן אין גלות, און ס'זעט אויס אוממעגליך צו באזיגן דעם נידערטרעכטיגן
משומד יאהאנוס.
אבער דעמאלט קומט ער אן.
אנטשלאסן. אומבויגזאם. אריסטאקראטיש.
א תלמיד חכם און ירא שמים וואס האט נישט מורא פאר קיינעם נאר פון איינעם, א
געשליפענע צונג וואס ווייסט וויאזוי צו פאנגען די הערצער פון קעניגן און הערשער,
און איבער אלעם, א העלדישער שתדלן וואס איז גרייט צו איינשטעלן זיין לעבן פאר
זיינע אידישע ברידער.
דער גרעסטער אין זיין דור, דער יחיד במינו, דער לעגענדארער מאן-
ר' יאסלמאן, דער שתדלן פון רוסהיים.
טונקעלע געסלעך און פראכטפולע פאלאצן, פערד פארמעסטן און ברויזנדע שטורעמס, א
זאמד-זייגער וואס האלט ביים אויסלויפן, אומבאגרעניצטע שנאה און איבערמענטשליכע
איבערגעגעבנקייט...דאס זענען בלויז א טייל פון די באשטאנדטיילן אין דעם מייסטערווערק
ידער שתדלן פון רוסהיים'. קאפיטלען פון שפאנונג און דראמא, אילוסטרירט מיט אויג -
פארכאפנדע מאלערייען, מאכן אונז לעבעדיג אן אומבאקאנטע תקופה אין אידישער היסטאריע,
וואס ווייזט א מוסטער פון אידישער העלדישקייט און פון טון די ריכטיגע זאך אפילו ווען עס
קומט אן שווער.
די קאמיקס ביכל איז געבויט אויפן אור-אלטן בוך רבי יאסלמן', פונעם באקאנטן אידישן
שריפט-שטעלער רבי מאיר לעהמאן. און איז נאך איינס אין די רייע פון סטודיא רוביך' וועלכע
איז באקאנט מיט הערליכע אידישע ליין מאטריאל.
Sku:
14909657761522
Author:
רב להעמאן
Illustrator:
Studio Rubin
Isbn 13:
9789657761526
Isbn 10:
9657761522
Pages:
52
Size:
8.5" x 12"
Binding:
Hardcover
Date:
4/3/2025
Imprint:
Z. Berman Books

Payment & Security

American Express Apple Pay Discover Google Pay Mastercard PayPal Shop Pay Visa

Your payment information is processed securely. We do not store credit card details nor have access to your credit card information.

You may also like