Rebbe Meir Omer - רבי מאיר אומר


Price:
$29.50
Notify Me When Available
 More payment options

Description

קוקנדיג צוריק אויף מיין לעבנסוועג, זע איך א מערקווירדיגע מוסר השכל וואס מען קען זיך אראפלערנען דערפון. אני הגבר ראה עני. איך האב צוגעזען אן "עולם בנוי וחרוב ובנוי", מיין לעבן האט זיך אנגעהויבן אין די "אמאליגע וועלט", אך בעפאר דעם גרויסן חורבן. איך בין דורכגעגאנגען דעם נאצישן גיהנם ווען אלעס איז ליידער אויסגעריסן געווארן. איך בין געווען אין ארץ ישראל ביי די שטורעמישע צייטן וואס די מדינה האט זיך געגרינדעט, מיט אלע מלחמות און נסיונות ארום דעם, און איך בין געקומען וואוינען דא אין אמעריקע אין די "נייע וועלט". אומצאליגע נסיונות בין איך אדורך אין לעבן, בפרט אין יענע שווערע צייטן נאך די מלחמה וואס דער גאנצער עבר איז אפגעווישט געווארן, און ליידער זענען טויזנטער אידן פארפאלן געגאנגען אין דעם געפערליכן תוהו ובוהו וואס האט געהערשט. ווען איך קלער אריין אין דעם, פרעג איך מיך אליין: וואס האט מיך געהאלטן? וויאזוי האב איך געהאט די זכיי צו בלייבן ביים אמאליגן ערליכן וועג פון מיינע עלטערן, און אויפצושטעלן אן ערליך דור בלעה"ר? דער איינציגער ענטפער איז: "הדבק בתלמידי חכמים"! איך האב מיך אלעמאל געהאלטן נאנט צו צדיקים און ערליכע אידן. איך האב מיטגעהאלטן זייערע תפילות און הייליגע טישן, זיך מזכיר געווען ביי זיי און גענומען ברכות קדשם ביי יעדע געלעגנהייט, און פראבירט אויסצופאלגן וואס זיי האבן אונז אנגעזאגט און געלערנט. והיא שעמדה. חז"ל זאגן שוין "קרב לגבי דהינא ואידהן", אז מען דרייט זיך אלעמאל ביי ערליכע אידן, מאכט עס א רושם לטובה אויפן מענטש. אין דעם בין איך תולה מיין הצלחה ב"ה, און דאס איז דער גרעסטער מוסר השכל וואס איך קען איבערגעבן פאר מיינע קינדער און אייניקלעך בלעה"ר.
Sku:
8500820
Author:
ר' יחזקאל שרגא שטיין
Pages:
708
Size:
6.7" x 9.7"
Binding:
Hardcover
Date:
תש"פ

Payment & Security

American Express Apple Pay Discover Google Pay Mastercard PayPal Shop Pay Visa

Your payment information is processed securely. We do not store credit card details nor have access to your credit card information.

You may also like