The Impact of As Long as I Live (Yiddish) - אין די טריט פון אתהלך

Aharon MargalitSKU: C-8027

Price:
$30.95
Notify Me When Available
 More payment options

Description

'אין די טריט פון אתהלך', כשמו כן הוא.
מיט'ן ארויסגעבן דעם פאפולערן בוך 'אתהלך', איז הרב אהרן מרגלית ארויס אין זיינע טריט. אויפ'ן וועג האט ער באגעגנט צענדליגער העלדן, ערפארענע אין פארמעסטונגען, וועלכע האבן געפאדערט פון זיי זיך צו דערהייבן, כדי צו אויסוועלן דאס לעבן.
דער בוך פאראייניגט פערצן שטוינענדע מעשיות, וואס יעדע איינע פון זיי שטעלט פאר אן אויסערגעווענליכע געשעעניש און אן אנדער סארט פארמעסטונג. מעשיות וועלכע וועלן בארירן יעדן איינעם פון אייך, און העלפן אנטפלעקן און אויסנוצן אייערע כוחות און מעגליכקייטן.
פאלגענד איז א מעשה:
עס איז געווען א יונגערמאן וועמענ'ס פרוי איז פארקראכן ל"ע און האט אים פארלאזט, און די צוויי קליינע קינדער זענען געבליבן ביי אים. אויסער דעם שאק און עגמת נפש איז צוגעקומען נאך א דאגה, אז אלס כהן קען ער נישט הייראטן א גרושה.
איינער פון די רבנים האט אים געשיקט רופן, און אים ערשטוינט מיט די ווערטער: "איך האב געהערט וואס ס'האט פאסירט, און איך וויל קומען זיין מיט דיר בשעת'ן געבן די גט..." דער יונגערמאן האט זיך קעגנגעשטעלט, און דער רב האט 'מוותר' געווען זאגנדיג: "איך בין גרייט דו זאלסט גיין אליין, בתנאי אז גלייך נאכ'ן גט וועסטו קומען צו מיין הויז."
נאכ'ן גט, האט זיך דער יונגערמאן - גרוש - כהן געשטעלט ביים רב אין הויז און געהערט דעם טיפן מעסעדזש:
זיין א גרוש - איז א חסרון. נישט קיין מורא' דיגער חסרון, אבער א חסרון.
זיין א כהן - איז א מעלה, און א געוואלדיגער זכות וואס מ'קען זיך נישט פארשטעלן.
זיין א טאטע צו צוויי קינדער - איז א מתנה פון הימל מיט אן אייביגע תועלת. דאס הייסט, דיין נישט גרויסער חסרון, איז דאס זיין א גרוש, און ס'איז נישט קיין צווייפל אז דו ביסט נישט שולדיג אין דעם.
אבער דו דארפסט וויסן און געדענקען, אז אויב דו וועסט זיך ברעכן און אריינפאלן אין א דעפרעסיע - וועט עס זיין גאר א גרויסער חסרון, און די פאראנטווארטליכקייט וועט פאלן נאר אויף דיר.
די געוואלדיגע מעשה איז ווערד גענוצט צו ווערן אלס קעפל, פאר די העלדישע מעשיות פון די 'אין די טריט פון אתהלך' העלדן.
איר וועט עס גוט פארשטיין, אויב בעפאר די מעשיות וועט איר ליינען דעם טיפן אריינפיר - - -
Sku:
C-8027
Author:
Aharon Margalit
Isbn 10:
1680915150
Isbn 13:
9781680915150
Pages:
503
Size:
6.3" x 9.3"
Binding:
Hardcover
Date:
3/16/2020
Imprint:
Feldheim Publishers

Payment & Security

American Express Apple Pay Discover Google Pay Mastercard PayPal Shop Pay Visa

Your payment information is processed securely. We do not store credit card details nor have access to your credit card information.

You may also like