Lechaim's Upsherin Book - לחיים'ס אפשערן ביכל

LechaimSKU: L-BLU

Price:
$24.99
Notify Me When Available
 More payment options

Description

טייערע עלטערן!
מזל טוב צו די שמחה אין אייער הויז.
דער קליינער שמייכלדיגער געלאקטער אינגעלע גייט פייערן זיין אפשערן.
צוזאמען מיט די געוואלדיגע שמחה און איבערראשונג שווימען ארויף אין
אייער הארץ נישט ווייניג זארגן:
צי איז די רירנדע איבערלעבעניש נישט צו גרויס פאר זיינע קליינע מאסן?
די שמחה איז צונויפגעשטעלט פון פארשידענע פייערונגען; ווי אזוי
דערנענטערן מיר עס צו אונזער קליין קינד?
צי וועט ער קאאפערירן? וועט ער וויסן וואס עס פאדערט זיך פון אים
אינדערהיים, אין תלמוד תורה, און אין אלגעמיין?
אין וועלכן וועג וועלן מיר אים איבערגעבן אויך דעם אידישן גייסטיגן טייל,
וואס איז פון איין זייט אזויפיל העכער פון זיין קינדערישע וועלט, און פון
צווייטן זייט אזוי חשוב און באדייטפול אינעם אפשערן פייערונג?
אין דעם דאזיגן ספעציעלן ביכל געפינט זיך אן ענטפער צו די אלע פראגן.
מיט אנגענעמע קלארע ווערטער און הערליכע אויג פארכאפנדע בילדער וועט
אייער קינד באקומען אן איינצלהייטליכע הדרכה, טריט נאך טריט, צו די
געהויבענע שמחה וואס שטייט פאר אים.
עס וועט בארואיגן, ערקלערן, אנווייזן און צוגרייטן אין א שפאנענדע וועג וואס
וועט ציען דאס הארץ פון אייך עלטערן און פונעם יונגן קינד צו פארשטיין,
לערנען און אננעמען.
דער בוך וועט באגלייטן אייער קינד בעפאר, דערנאך און דורכאויס די גאנצע
הערליכע תקופה. מיר זענען זיכער אז איר וועט בעז"ה איבערראשט ווערן פון
זיין אינטעליגענטע קאאפעראציע און פארשטאנד, א דאנק די פראפעסיאנאלע
צוגרייטונג וואס ער האט באקומען צווישן די בלעטער פונעם בוך.
מיט וואונטשן אויף שמחות מיט פרייליכע הערצער! און אסאך אידיש נחת!
Sku:
L-BLU
Isbn 13:
9781954606661
Isbn 10:
1954606664
Pages:
84
Size:
8.5" x 12"
Binding:
Hardcover
Date:
11/20/2023
Imprint:
Lechaim

Payment & Security

American Express Apple Pay Discover Google Pay Mastercard PayPal Shop Pay Visa

Your payment information is processed securely. We do not store credit card details nor have access to your credit card information.

You may also like