Der Keniglikher Ratgeber 1 - דער קעניגליכער ראטגעבער 1

רב להעמאןSKU: 14909657761581

Price:
$31.99
 More payment options

Description

דֶער קענִיגְלִיבָער
רַאטְגֶעבער 1
יעדער מענטש האט א חלום.
דער נייער קייזער חלומ'ט אז זיין הערשאפט איבער דער דייטשער אימפעריע זאל
געקרוינט ווערן מיט הצלחה. דער אדלמאן אויפ'ן פערד חלומ'ט צוריקצוברענגען דעם
אמאליגן כבוד פון דער בעסענהיים דינאסטיע, און ר' דניאל חלומ'ט אויפצושטעלן א
פרעכטיגע ישיבה פאר יונגע עילויים.
יעדער מענטש האט א חלום אבער די חלומות פון יוסף, דניאל'ס זון, דאס
וואונדערקינד פון ווערמייזא, איז נישט דאס וואס אלע מיינען. טיף אין זיין הארץ
קומט פאר א מלחמה, און ער ווערט צעריסן צווישן די ווענט פון בית המדרש און און די
גאלדענע טורעמס פון דער הויפטשטאט וויען.
די באקרוינונג צערעמאניע פונעם קייזער אינעם פראנקפורטער סקווער, ברענגט
צוזאם די אלע חלומות אויף איין פלאץ, און ס'טוישט די לעבנס פון די העלדן.
ר' דניאל ווערט דער ראטגעבער פון קעניג,
דער אדלמאן פון בעסענהיים ווערט געראטעוועט פון ארעמקייט און שאנדע,
און דאס לעבן פון יוסף ווערט פארוואנדלט אין א שטורמישן פארפלאנטערטן וועג,
פול מיט וואקלענישן - בשעת ער ווייסט נישט וואספארא שוידערליכע סכנה ס'ליג ליגט
דערין...
אינדערצייט וואס די אידן פון דייטשלאנד אטעמען אפ און פרייען זיך צום נייעם
אידישן ראטגעבער, נעמט באראן פאן טראכטענשטיין צוזאם זיינע כוחות און גריי רייט
זיך צו אן אכזריות'דיגן קאמף.
צוזאמען מיט זיינע פריינט, שונאי ישראל אזויווי ער, קומט ער צו דער מסקנא אז ס'איז
נאר דא איין איינציגער וועג וויאזוי צו באזייטיגן דעם ערליכן, ארנטליכן ראטגעבער.
ס'איז נאר דא איין איינציגע פאסטקע וואס וועט קענען ערלעדיגן דעם איד און דו דערמיט
צוריקברענגען דעם איינפלוס פון די אידן-פיינט צום קייזער'ס הויף.
דער צייכן ווערט געגעבן, די פאסטקע ווערט אויסגעשפרייט.
און יוסף ווייסט נישט אז ער איז גאר דער מיטל אריינצופאנגען זיין טאטן.

די רייבערייען אינעם קייזער'ס הויף און די תמימות פון די דארפסלייט, די קלוגשאפט
פונעם טאטן און די עצה פונעם זיידן. די פרעכטיגקייט פונעם באראנ'ס פאלאץ, די
אנטשלאסנקייט און די איינזאמקייט, זענען אלע א טייל פון דער רייזע פונעם הויפט
העלד פון דער מעשה - יוסף. זיי ברענגען אים אויסצואוועלן א וועג איינמאל פאר
אלעמאל, און זיי לערנען אים וואס ס'איז אמת'דיג חשוב אויף דער וועלט.
'דער קעניגליכער ראטגעבערי איז א דראמאטישע וואונדערווערק, וואס ארבעט איבער פונדאסניי
דאס אלטע בוך פונעם שרייבער ר' מאיר לעהמאן.
נאך א מייסטערהאפטיגע שאפונג פון יסטודיא רובין'.
Sku:
14909657761581
Author:
רב להעמאן
Illustrator:
Studio Rubin
Isbn 13:
9789657761588
Isbn 10:
9657761581
Pages:
45
Size:
8.5" x 12"
Binding:
Hardcover
Date:
4/3/2025
Imprint:
Z. Berman Books

Payment & Security

American Express Apple Pay Discover Google Pay Mastercard PayPal Shop Pay Visa

Your payment information is processed securely. We do not store credit card details nor have access to your credit card information.

You may also like