Baholten In Pesach - באהאלטן אין פסח

ש. שיליץSKU: L-BIP

Price:
$18.99
 More payment options

Description

באלייכט מיט א פלעשלייט די טונקעלע בילדער און אנטפלעקט
וואס איז באהאלטן, א נייע סארט איינגארטיגע איבערלעבעניש.
טייערע עלטערן שיחיו!
דער זוכן, פארנעמט אין פסח א מכובדייגן און וויכטיגן ארט. אייגנטליך
נאך פון פאר פסח, ווען אין אלע אידישע הייזער שייערט מען און
מ'רייניגט אויס דעם חמץ, האבן מיר א מצווה צו זוכן און קאנטראלירן אין
די 'חורים וסדקים'. מ'זוכט חמץ און מ'טרעפט נישט, האפנטליך, אויסער,
פארשטייט זיך, די צען ברעקלע.
ווען עס קומט פסח ווארטן די קינדער אויף יחץ, דערנאך זוכן זיי,
דעם באהאלטענעם אפיקומן און דאס האלט זיי געשפאנט א גאנצע נאכט
און זיי האלטן מיט די הגדה און הערן דעם סיפור יציאת מצרים.
דארט דערציילן אונז חז"ל, אז די אידישע בעיביס וועלכע מ'האט
איבערגעלאזט אליין אין פעלד, וואו נאר די מלאכים האבן זיי געוואכט,
האבן שפעטער יעדער אויפגעזוכט און דערקענט זיינע עלטערן.
אזוי אויך ביי מכת חושך, די אידן האבן באזוכט אין די הייזער פון
די מצריים וואס האבן נישט געזען און זיך אפילו נישט געקענט רירן.
און דארט האבן די אידן געזוכט די מצריים'ס פארמעגן.
דערנאך ביי מכת בכורות איז גראדע פרעה געווען דער וואס האט געזוכט.
ער איז אויפגעשטאנען אינמיטן נאכט, וואו איז משה? האט ער געשריגן
היסטעריש, ארומלויפנדיג אין ארץ גושן. און ביי קריעת ים סוף איז דאס
געווען דער ים וועלכער האט אויסגעשפיגן די מצריים, אז יעדער איד זאל
זוכן זיין נוגש, דער מצרי וואס האט אים געפייניגט.
אין אט דעם ספעציעלן בוך וועלן די קינדער, ערפילנדיג די מצווה פון
'והגדת לבנך' ארויסגיין אין א זוכעניש אקציע פול מיט פארגעניגן און עקשען.
אין יעדע בלאט, צו די זייט פונעם ערציילונג געשריבן מיט הערליכע פליסיגע
גראמען, איז בייגעלייגט א מיסטעריעזע זוך אקציע. די קינדער וועלן מיט'ן
הילף פונעם פאפירענעם פלעש לייט, באלייכטן די בילדער און זיי וועלן יעדן
מאל מיט א פרישן פארגעניגן זוכן אלע איינצעלהייטן לויט די אנווייזונגען.
Sku:
L-BIP
Author:
ש. שיליץ
Illustrator:
ב. טופורוביץ
Isbn 13:
9798893261967
Isbn 10:
8893261960
Pages:
12
Size:
10" x 10"
Binding:
Board Book
Date:
4/2/2025
Imprint:
Lechaim

Payment & Security

American Express Apple Pay Discover Google Pay Mastercard PayPal Shop Pay Visa

Your payment information is processed securely. We do not store credit card details nor have access to your credit card information.

You may also like